Föräldrasupporten (jiddisch)

פֿאַר טאַטע־מאַמעס װאָס נײטיקן זיך אין שטיץ און עצות

די עלטערן־אונטערשטיצונג גיט עצות און שטיץ די טאַטע־מאַמע און אַנדערע באַטײַטיקע דערװאַקסענע אין ענינים וואָס האַנדלען זיך װעגן קינדער און יוגנט. ס'קען זיך למשל האַנדלען װעגן קינדער װאָס הערן זיך ניט צו, שװעסטער און ברידער װאָס קריגן זיך, צענערלינג־פּראָבלעמען אָדער שולע־פּראָבלעמען. אָדער קינדער װאָס זענען טרויעריק, האָבן מורא אָדער זענען אין כּעס. מיר זענען דאָ פֿאַר אײַך מיט קינדער אין אַן עלטער פֿון 0 ביז 20 יאָר. מיר קענען אײַך העלפֿן מיטן באַהאַנדלען קלײנע און שװערע שװעריקײטן און מיטן געפֿינען נײַע אופֿנים צו גײן פֿאָרװערטס. איר קענט זיך טרעפֿן מיט אונדז פֿאַר אינדיװידועלע שמועסן אין אונדזערע לאָקאַלן אָדער דורך װידעאָ. איר זענט אויך באַגריסט אָנטײלנעמען אין אונדזערע עלטערן־קורסן װאָס באַהאַנדלען פֿאַרשײדענע ענינים װעגן קינדער, יוגנט און עלטערן.

שטעל זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז:

טעלעפֿאָן: 0920-454520

װיִאַ לולע קאָמונעס קונים־צענטער: 0920-453000

בליצפּאָסט: foraldrasupporten@lulea.se

Sidan uppdaterades den 15 February 2023